Пользовательского поиска
поиск по сайту и в Сети через Яндекс
Литва (прежде всего Друскининкай) - лучшее место для отдыха

ליטע (ראשית-כּל דרוסקעניק) איז דאָס בעסטע אָרט פֿאַרן אָפּרו

Литва, прежде всего Друскининкай - лучшее место для отдыха. Личные впечатления автора, изложенные на еврейском языке (идиш)

главная изучаемые языки по алфавитугеография о Литве по-русски остатки еврейской Литвы литовский яз. связь литовского и идиш реклама на сайт


חשובֿע פֿרײַנד! ווי באַלד איר זײַט אַרײַנגעקומען אויף דעם דאָזיקן וועבזײַטל – משמעות, איר באַוועגט אין דער ריכטיקער ריכטונג
איר זוכט מסתּמא אַן אָרט וווּ זיך צו באַהאַלטן פֿון ישׂראלדיקער היץ, כאַפּן פֿרישע לופֿט און, אפֿשר, פֿאַרנעמען זיך מיט ווינטער-ספּאָרט , דערצו נאָך נישט בלויז ווינטערצײַט? איר האָט שוין באַטראַכט סקאַנדינאַוויע
לאָזט זיך אויס, פֿאַראַן אַ סך ביליקערע און גאָר נישט קיין ערגערע אָפּציע: ליטע! דאָס איז אַ שטילע, געמיטלעכע מדינה אין צפֿון-מזרח אייראָפּע מיטן קילבלעכן ימישן קלימאַט (איר מערבֿדיקע גרענעץ ווערט געבילדעט פֿונעם באַלטישן ים), מיט שיינער נאַטור און געשמאַקער ביליקער שפּײַז
ליטע פֿאַרמאָגט יבשה-גרענעצן מיט לעטלאַנד אויף צפֿון, ווײַסרוסלאַנד אויף דרום-מזרח, מיט פּוילן אויף דרום און רוסלאַנד אויף דרום-מערבֿ. די מדינה איז אַ מיטגליד פֿון נאַט"אָ, פֿונעם אייראָפּע-ראַט און פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד
די נאַציאָנאַלע וואַלוטע הייסט ליט. זײַן ווערט איז צוגעפֿעסטיקט צום אייראָ: 1 ליט איז גלײַך 29 אייראָצענטן, 1 אייראָ אַנטהאַלט 3,45 ליט. דער גינסטיקסטער אויסטויש-פּונקט געפֿינט זיך אין דער אָפּטיילונג פֿונעם מעדיצינישן באַנק אויף ווילנער אויטאָבוסן-סטאַציע; דאָרט באַקומט מען אויך ישׂראלדיקע שקלים

צו דערלאַנגען צו ליטע איז נישט שווער. די ישׂראל-בירגערס דאַרפן נישט קיין וויזע. דער עראָפּלאַן פֿון "אל-על" פֿליט אַלע מיטוואָך פֿון בן-גוריון-פֿליפּאָרט צו ווילנע און צוריק. דער דירעקטער פֿלוג געדויערט 4 שעה
די באַפֿעלקערונג פֿון ליטע באַטרעפֿט קנאַפּ 3 מיליאָן נפֿשות (2,5 מאָל ווייניקער פֿון ישׂראל אָדער ניו-יאָרק), אײַנשליסנדיק 4 טויזנט ייִדן, צוויי דריטל פֿון וועלכע וווינען אין ווילנע דער הויפּטשטאָט
פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה איז די צאָל ייִדן אין ליטע געווען העכער 200 טויזנט (אַ דריטל פֿון זיי אין ווילנע). די געשיכטע לאָזט זיך נישט פֿאַרקערעווען אויף צוריק, די שואה-קדושים וועלן שוין תּחית-המתים נישט אויפֿשטיין, קיין "ירושלים דליטא" וועט נישט ווידעראויפֿלעבן, די נאַצי-פֿאַרברעכערס און זייערע מיטבאַטייליקטע וועט מען קיינמאָל נישט פֿאַרגעבן ... נאָר די, וואָס האַלטן אין איין אָפּרעכענען זיך מיט די הענקערס קינדסקינדער, זינקען אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, פֿאַרדאַרבן זייער קעגנוואַרט און זאָגן זיך אָפּ פֿונעם צוקונפֿט
לויט מײַן באַשיידנסטער מיינונג, ס'איז נישט כּדאי אָפּצוהיטן אוראַלטע באַליידיקונגען און זוכן שׂונאים דאָרט, וווּ זיי זײַנען (האָפֿנטלעך) פֿון לאַנג נישטאָ
נאָך פֿילדורותדיקער אָנוועזנהייט פֿון ייִדן אין ליטע איז זייער השפּעה אַלץ נאָך קאָנטיק בײַ יעדן שריט און טריט, למשל אין דער ליטווישער שפּראַך. אָנשטאָט דעם קאַנאָנישן באַיאָונגס-וואָרט "טייפּ" זאָגט מען אָפֿטער "יאָ". צי ווייסט איר אַז אונדזער פּאָפּולערסטער פֿאַרקלענער-סופֿיקס "–עלע" שטאַמט פֿון ליטוויש

די ליטווינער זײַנען גאַסטפֿרײַנדלעכע, הגם ווינציק פֿלעגמאַטישע מענטשן. זייער הײַנטצײַטיקע באַציִונג צו ייִדן איז טאַדללאָז (קיין עינ-הרע), אַפֿילו נאָסטאַלגיש. כּמעט מיט אַלעמען קאָן מען זיך פֿאַרשטענדיקן אויף רוסיש און אויף ענגליש, אייניקע קענען דײַטש אָדער פּויליש. אַבי מע וויל זיך פֿאַרשטענדיקן
דער שטח פֿונעם לאַנד, 65 טויזנט קוואַדראַט-קילאָמעטערס, איז דרײַפֿאַכיק גרעסער פֿון ישׂראל. די רחבֿות וואַרפֿט זיך ממש אין די אויגן. זײַט בײַ זײַט מיטן מילדן קלימאַט, שאַפֿט דאָס די בעסטע באַדינגונגען פֿאַר עכטע אַנטשפּאַנונג און אָפּרו

אין דרום ליטע געפֿינט זיך דרוסקעניק (דרוסקינינקײַ אויף ליטוויש), אַ וווּנדערשיין שטעטל פֿון אַן ערך 16 טויזנט תּושבֿים. דרוסקעניק איז פֿון תּמיד אָן געווען אַ היפּשער ייִדישער קוראָרט, וווּ עס קלײַבן זיך אַלע זומער ייִדן קינד-און-קייט סײַ פֿון געוועזענעם ראַטן-פֿאַרבאַנד, סײַ פֿון דײַטשלאַנד, סײַ פֿון ישׂראל. אויב איר האָט חלילה איין טאָג נישט געכאַפּט אינעם פּאַרק אָדער אויף דער גאַס קיין ייִדיש וואָרט, מיט העברעיִשע זאַצן האָט אײַער אויער אָנגעזעטיקט זיך אַוודאי
פֿון ווילנע ביז דרוסקעניק קורסירט דער אויטאָבוס (2 שעה וועג); פֿאַר משפּחות לוינט זיך נעמען אַ טאַקסי פֿאַר 200 ליט
די שטאָט איז ארומגערינגלט פֿון וועלדער מיט אַ שפֿע פֿון שוואָמען און יאַגדעס, פֿון מאָלערישע טײַכן און שוואַנען-אָזערעס. קיין שום אינדוסטריע איז אין דעם קאַנט שטאָט נישטאָ, דעריבער בלײַבט די לופֿט אורשפּרינגלעך-ריין און דינט אַליין פֿאַר זיך אַלס אַ רפֿואה
דער נאָמען דרוסקעניק שטאַמט פֿונעם ליטווישן וואָרט "דרוסקאַ" (זאַלץ). די אָרטיקע זאַלץ איז נישט קיין געוויינטלעכע, איידער אַ הייל-מיטל
דרוסקעניקער מינעראַלע וואַסער-קוואַלן זײַנען געוואָרן באַרימט סוף 17טן יאָרהונדערט, ווען אַ היגער פּויער פּראַנאַס סורוטיס (סוראַוטשוס) און זײַנע קינדער האָבן זיך קונה-שם געווען אין דער סבֿיבֿה אַלס היילערס. אין 1794 האָט דער פּויליש-ליטווישער קעניג סטאַניסלאָוואַס אַוגוסטאַס, באַזירט אויף די פֿאָרשונגען און עקספּערימענטאַלע אויספֿירן פֿון זײַן פּערזענלעכן דאָקטער, אַנערקענט דרוסקעניק פֿאַר אַ הייל-געגנט. אין 1835 האָט דער ווילנער אוניווערסיטעט-פּראָפֿעסאָר איגנאַצי פֿאָנבערג דערלאַנגט דעם רוסישן קייסער ניקאָלײַ דעם ערשטן אַ באַריכט בנוגע די מעדיצינישע אייגנשאַפֿטן פֿונעם דרוסקעניקער וואַסער. מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט דער קייסער אַרויסגעגעבן אַ געהעריקן באַפֿעל, און עס האָט זיך אָנגעהויבן די גיכע אַנטוויקלונג פֿונעם קוראָרט
Loading...

הײַנט-צו-טאָג אָפּערירן אין דרוסקעניק אַ ספּאַ "ליעטוּוואַ", וואַסער-פּאַרק און אַנדערע שווימערײַען, צאָלרײַכע סאַנאַטאָריעס פֿאַר מענטשן מיט פֿאַרשיידענסטע קרענק, און נאָך א סך געזונטהייטס-אַנשטאַלטן און ספּאָרטס-אײַנריכטונגען, אויסגעשטאַטע לויט אייראָפּעיִשע סטאַנדאַרטן. די סקי-טראַסע פֿונקציאָנירט אַ גאַנץ יאָר
אײַערע קינדער און אייניקלעך וועלן זיכער נישט לאַנגווײַליקן אינעם "טאַרזאַנס פּאַרק" אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך נעמאַן (ניאַמונאַס). אַהין ווערן אײַנגעלאַדן אויך דערוואַקסענע, וואָס ציִען זיך צו עקסטרימע פֿאַרווײַלונגען

צו דינגען אַ שטוב, אַ דירה אָדער אַ צימער אין דרוסקעניק קאָן מען צו 10 אייראָ אַ טאָג אויף אַ פּערזאָן. דאָ קאָן מען זען פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון עטלעכע וווינונגען: 1 2 3.
שיקט בריוו אויפֿן בליצפּאָסט פֿון ריימונדאַס (ער קענט ענגליש און רוסיש) אָדער טעלעפֿאָנירט צו וויטאַס 65025092(370) (ער רעדט רוסיש און פּויליש). פֿאַרגעסט נישט צו זאָגן זיי אַ גוט יאָר פֿון מיר - שלמה גראָמאַן


טאָמער איר אינטערעסירט זיך מיטן אומבאַוועגלעכן פֿאַרמעג, לייגט אײַך ליטע פֿאָר לוינעוודיקע געלעגנהייטן צו באַזאָרגן דירות, הײַזער און ערד-חלקים
מיט אַלע פֿראַגעס קלינגט מיר ביטע אָן 545466290(972) אָדער שרײַבט
Rambler's Top100 Яндекс цитирования